מרים-חיה סגל: אַ פאָר ווערטער אויף מאַמע-לשון

 

מרים-חיה סגל איז אַ זינגערין און שאַפערין פון זינגלידער אויף יידיש. מיט הומאָר און טעם טרעט זי אויף מיט פאָרשטעלונגען וואָס זענען סײַ קאָמיש, סײַ האַרציק.

 

Listen now»
הערט זיך צו ווי זי זינגט און שפילט

 

מרים-חיה ניצט אויס איר פעיקייטן אין מוזיק און אין יידיש אויסצוטײַטשן אַלטע און אָריגינעלע יידישע לידער אויף אַן אייגנאַרטיקן אויפן.

איר סטיל איז מאָדערן און נאָך היימיש. זי שטעלט זיך אַנטקעגן די סטערעאָטיפּן פון יידישע לידער ווי אַלטפרקענקיש און נאָסטאַלגיש און דערקוויקט דעם עולם מיט נײַע לידער ווי “ניו-יאָרק, ניו-יאָרק” ,אַ יידישיסטישער לויבגעזאַנג צו דער שטאָט נוי-יאָרק . זי איז אַן אָריגינעלער מיטגליד פון דער “פאָלקסבינע טרופּע” און האָט געשאַפן, צוזאַמען מיט מאָטל דידנער, די יידיש-שפּראַכיקע מוזיקאַלישע קאָמעדיע, “פּורים אין כעלעם” – אויפגעפירט פונעם נאַציאָנאַלן יידישן טעאַטער-פאָלסבינע

 

קומעדיקע פאָרשטלעלונגעןUpcoming performances»

מרים-חיה רעדט אַ פליסיקן יידיש און באַניצט זיך מיט דער יידישער שפּראַך און קולטור אין איר טאָג-טעגלעכער אַרבעט אין ניו-יאָרק. נישט נאָר טרעט זי אויף אין אַמעריקע, נאָר אין 2007 האָט זי געלערנט יידיש געזאַנג אין דעם סעמינאַר פון דער יידישער שפּראַך און קולטור אין שרודבאָראָוו, פּוילן

. איר שרײַבן האָט מען געדרוקט אין יוגנטרוף-זשורנאַל, זומער אין ניו-יאָרק, נײַע וועגן, און בריקן (ברידזשעס) זשורנאַל.

פאָטאָגראַפיע פון מאַרגאַריטקעלע באָטלער